Ostjiddische Dialekte
Erscheinungsbild
די אידישע שפראך איז געווען פאפולער צווישן די אידן אין א סך לענדער אין אייראפע, און דערפאר האבן זיך אנטוויקלט א סך סארטן דיאלעקטן אין דער שפראך. צווישן זיי: פוילישע אידיש, ליטווישע אידיש, רוסישע אידיש, רומענישע אידיש און נאך. אידישע לינגוויסטן האבן באשטימט א כלל שפראך וואס באשטימט א כללישע אידיש פאר אלע אידיש-רעדער פון איבעראל ווי אזוי צו רעדן און שרייבן.
דער ארטיקל וועט געבן א שטיקל איבערבליק איבער די הויפט חילוקים צווישן די פארשידענע דיאלעקטן, און די באשטימע כללים פון דער כלל שפראך.
ליטווישער דיאלעקט
- אָ רעדן זיי ארויס o; אזוי איז אויך באשטימט אין דער כלל שפראך.
- xױ רעדן זיי ארויס ey אדער oy; למשל "ברויט" רעדן זיי ארויס breyt אנדערש ווי דער כלל שפראך האט באשטימט: xוֹי און ניט אײ (broyt). זיי דארפן זיך לערנען צו אפטיילן בעיקר צווישן אזעלכע ווערטער וואס האבן אן אנדער משמעות, ווי למשל: טויג קעגן טייג, וווינט קעגן וויינט אד"גל )
- וּ רעדן זיי ארויס u; אזוי איז אויך באשטימט אין דער כלל שפראך.
- זיי ניצן שטענדיק דעם פרעפיקס "צו", למשל "צורײַסן" אנדערש ווי דער כלל שפראך האט באשטימט "צערײַסן".
- אנטשטאט "דיך" און "מיך" זאגן זיי "דיר" און "מיר"
- נישטא קיין לשון-סתם—אלע סובסטאנטיוון זענען אדער מענלעך אדער ווייבלעך
פוילישער דיאלעקט
- אחוץ די קורצע וואקאלן זענען דא אויך לאנגע וואקאלן. למשל מײַן רעדן זיי ארויס מאַאַן מיט א לאנגן פתח.